סענדער דייטש
ר' סענדער דייטש ז"ל איז געווען דער סאטמארער ראש הקהל, א תלמיד חכם, א רעדנער און שרייבער.
קינדער יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי סענדר איז געבוירן צו זיין טאטע רבי אברהם צבי אין שטאט ברעזנא.
חתונה געהאט האט ער מיט זיין ערשטע קאזען א טאכטער פון החסיד רבי שמואל אהרן דייטש הי"ד שו"ב ביי רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר.
דער איד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געווען יארן לאנג רעדאקטאר פון דער צייטונג "דער איד" אונטערן פען נאמען "אליעזר עפשטיין".
ער איז נישט בלויז געווען איר לאנג יעריגער רעדאקטאר נאר ער האט זי געפירט יארן און זי געדרוקט אין זיין דרוקעריי "דייטש פרינטינג" און מיט דער צייט ווען דער איד האט זיך אויסגעברייטערט און עס האט פארנומען א סך צייט און ארבעט, און זייענדיג דער רעדאקטער פון דער צייטונג האט ער זיך נאר אפגעגעבן מיט דער צייטונג און ער האט מער נישט געקענט אננעמען אנדערע דרוקעריי ארבעט.
גענעראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געווען דער יד ימין פונעם ערשטן סאטמארער רבי'ן, ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע, און האט דעם רבי'ן פיל ארויסגעהאלפן ביים שרייבן דעם ספר הקדוש "ויואל משה", מסדר געווען די מפתח און געשריבן דעם ספר על הגאולה ועל התמורה. ער איז אויך געווען דער פארזיצער ביי אלע דעמאנסטראציעס וואס סאטמאר האט אפגעראכטן קעגן די ציוניסטישע מדינה, אזוי אויך ביים ברך משה מסאטמאר ביז זיין פטירה תשנ"ח.
דרוקעריי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער בארומטע 'דייטש פרינטיג' וואס ר' סענדר האט אנגעפירט אין אמעריקא, איז אים נאך געווען בירושה פון זיין פאטער ר' אברהם הערש ז"ל, ר' אברהם הערש האט געגרינדעט דעם 'בית דפוס דייטש' אין די שטאט ברעזנא אין יאר תרס"ד.
דער דרוקעריי איז דאן געווען די איינציגסטע אין דער גאנצער אומגעגענט, זיי האבן פארמאגט ספעציעלע אידישע אותיות און זיי פלעגן מאכן אלערליי דרוק-ארבעט אידיש, לשון קודש, און אויך אויף די לאנד-שפראך. זיי האבן אויך פארמאגט דעם ספעציעלן אות 'ציריל' וואס מיט דעם פלעגן זיך דאן באנוצן די רוסן דאס איז געווען פון אן אנדערע סארט וואס מען פלעגט זיך באנוצען אין אלגעמיין, אזוי האבן זיי געדרוקט א סך אויף די רוסישע שפראך, וואסס דאס איז געווען די שפראך וואס מען פלעגט זיך דארט באנוצען אממערסטענס.
נאך די ערשטע וועלט מלחמה ווען די שטאט ברעזנא און איר אומגעגענט האט באלאנגט צו דעם טשעכסלאוואקיא רעפובליק האבן זיי דאן אריבערגעברענגט נייע דרוק מאשינען, און נייע אותיות פון לייפציג און פון ווין, און אויפגעפרישט דעם בית דפוס.
בדרך כלל האבן זיי געדרוקט מודעות, בריוון, זמנים פון הדלקת הנרות פון ערש"ק און עריו"ט, ספרי אל"ף בי"ת, ברכת המזון, קריאת שמע, און אויך פארשידענע קליינע קונטרסים אויף לשון קודש, און א סך פון די קונטרסים האט מען קאפירט אין אמעריקא נאך די מלחמה, און עס איז נאך היינט דא פארשפרייט בענטשערליך וואס דער ארגינעלער דרוק דערפון איז ערצייגט געווארן דורך בית דפוס דייטש אין ברעזנא.
בשעת די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען פארבאטן פאר אידען צו האבן א דרוקעריי, אבער וויבאלד דער דייטש דרוקעריי איז געווען די איינציגסטער אין דער גאנצער אומגעגענט האבן די איסטאנצען ערלויבט ר' אברהם הערש צו פארבלייבן אין זיין דרוקעריי, טראץ עס איז געווען אומגעזעצליך.
אין יאר תש"ד, ווען די מלחמה האט זיך פארשפרייט אויף די אידען אין אונגארן, און מען האט זי דעפערטירט קיין אוישוויץ, און ר' אברהם הערש הי"ד איז געווען א טייל פון זיי, איז דער דרוקעריי אזוי ווי די גאנצע שטאט ברעזנא פארבליבען פאר'חורבה'ט און פארלאזט גענוי ווי די אנדערע שטעט אין אונגארן.
נאך דער מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער מלחמה ווען ר' סענדר איז ניצול געווארן, איז ער צוריק צו זיין היים שטאט און געטראפען דעם גאנצען דרוקעריי אומבארירט, אבער ווי פארשטענדליך האט ער נישט געקענט דארט פארבלייבן.
ר' סענדר האט דאן געוואנדערט ווי אלע אנדערע אידישע קינדער צו די פליטים לאגערן אין דייטשלאנד. ר' סענדר האט זיך אויפגעהאלטן צוזאמען מיט אנדערע פיר טויזנט אידן אין דעם ווינדסהיים לאגער, אין די שטאט אוואריא, דייטשלאנד.
ר' סענדר איז געווען באשאנקען מיט א זעלטענעם רצון און שטארקייט, און נאך דארט אין ווינדסהיים האט ער פראבירט צו גרינדן א דרוקעריי, פון אנפאנג האט ער נישט פארמאגט קיין אידישע אותיות, נאר גוי'אישע בוכשטאבן, איז ער אויפגעקומען מיט אן איינפאל, ער האט אויסגעשטעלט אידישע אויתיות דורך די גוישע בוכשטאבן ABC און דורך דעם געשריבן אויף אידיש אדער לשון קודש.
ר' סענדר פלעגט דאן ארויסגעבן א אויסגאבע יעדע וואך אויף אונגאריש מיטן נאמען 'שבתון', דארט האט ער געמאלדן די זמנים פון שבת און די צייטן ווען עס געפאלט די ימים טובים און תעניתים, ווי אויך דברי חיזוק פאר די לבבות נשברות וואס האבן קיינעם נישט פארמאגט אויף דעם עולם, און ר' סענדר האט אין זיי אריינגעבלאזען א פרישע לעבנס גייסט צו תורה און אידישקייט.
מיט דער צייט איז אים געלונגען צו פארשאפען אידישע אותיות, און דערנאך האט ער אויך פארשאפט אידישע "מאטריצען", און מיט דעם האט ער געקענט מסדר זיין אויפ'ן דרוק מאשין דער "לינאטייפ" אלערליי דרוקעריי, ר' סענדר האט דאן געדרוקט אין ווינדסהיים קליינע ספרים, און א סך קונטריסים, מודעות, און ליפלעטן, ווי אויך א צייטונג מיט מאמרים אויף אידיש און לשון קודש. פון וואס אלע איינוואוינער האבן שטארק הנאה געהאט.
ווען דער ווינדסהיים לאגער האט זיך פארמאכט און ר' סענדר יז אנגעקומען קיין אמעריקא, האט ער געארבעט אין פארשידענע באוואוסטע דרוקערייען. און אין יאר תשי"ח האט ער געעפענט אין ברוקלין דעם דרוקעריי מיט'ן נאמען "דפוס סענדר דייטש", וואס האט געהאט א שטארקע אפלאנג איבעראל אלס א געלונגענע און הערליכע דרוקעריי, ער האט געדרוקט הונדערטער ספרים, און ר' סענדר האט זיכער געמאכט אז יעדע ספר ווס גייט ארויס פון זיינע הענט זאל זיין שיין אויסגעארבעט און אויסגעשטעלט, און אן קיין טעותים, וואס ר' סענדר פלעגט זייער נישט קענען דערליידן.
ווי אויך פלעגט ער דרוקען קונטריסים און קובצים און ירחונים, און איבער אלעם פלעגט ר' סענדר דרוקען די צייטונג "דער איד" איבער פערציג יאר.
מיט די צייט ווען דער איד האט זיך אויסגעברייטערט און עס האט פארנומען א סך צייט און ארבעט, און זייענדיג דער רעדאקטער פון דעם צייטונג האט ער זיך נאר אפגעגעגעבן מיט דעם צייטונג און ער האט מער נישט געקענט אננעמען אנדערע דרוקעריי ארבעט.
מיט'ן אויפקום פון די טעכנאלאגיע פון קאמפיוטער איז אפגמאכט געווארן א באשלוס אז האלב צייטונג וועט געדרוקט ווערן ביי דייטש פרינטיג און די אנדערע האחב וועט געמאכט ווערן דורכן קאמפיוטער.
ר' סענדר זייענדיג געוואוינט פון קינדווייס אן אז דרוקעריי ווערט געמאכט מיט די בלויזע הענט, האו זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דער יונגער קאמפיוטער וועט איינעמען די מאכט, און אינגאנצען ארויסשטויסען דעם אור אלטן דרוק מיטל, אלס רעזולטאט האט ער נישט אריינגעלייגט אין ארויפארבעטן זיין דרוקעריי אויפן מאדערנעם שטייגער, אזוי ארום ווען ער האט שוין בלית ברירה געמוזט טוישן די סיסטעם האבן שוין די יונגווארג וואס האבן געארבעט אויף די צווייטע טייל פון דער איד וואס איז שוין פון פריער געווען געמאכט דורכן קאמפיוטער, איבער גענומען די לייצעס און זיי האבן געמאכט מער פארשריט אין דעם געביט, האבנדיג שוין מער דערפארונג דערין.
דורות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיין זון ר' שמואל אהרן דייטש איז היינט צוטאגס א שרייבער אין „דער איד" וואס באשרייבט דאס לעבן און שאפן איבער אלע נפטרים וואס שטארבן. זיין אייניקל ר' וואלף דייטש האט איבערגענומען די נייעס אפטיילונג איבער וועלטליכע פאליטיק. זיין זוהן ר' יודל דייטש איז פון די הויפט אנפירער פון דעם וויליאמסבורגן חברה הצלה און פירט אן מיטן קוואליטי מעדיקל צענטער פון זיינע אייניקלעך זענען פון די גרויסע עסקנים אין דער היינטיגער ק"ק סאטמאר איינער פון זיי ר' יואל לעפקאוויטש א טשאפלען אין א גרויסע כלל טוער