לדלג לתוכן

שלום בערגער

פֿון װיקיפּעדיע
שלום בערגער
געבורט 1973 (אלט 51 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

שלום בערגער איז א באקאנטער אידישיסטישער שרייבער, מיט איין קינד, וועלכער גיט זיך אפ מיט אויפלעבן די יידישע שפּראַך.

ער איז א באליבטער און זייער איידעלער מענטש; דעריבער גיט ער זיך מיט אלעמען אפ מיט הלל'ס געדולד, צו לערנען מיט זיי יידיש. זיין הויז איז אן אפן פלאץ וואוהין חרדים און סעקולארע צוגלייך פון יעדן קרייז קומען זיך צוזאם און לערנען ווי צו שרייבן פאעזיע און סתם עסייען, און וויאזוי רעדן אונזער מוטער שפראך יידיש.

ער האט א בלאָג וואס איז העכט אינטערעסאנט, און ס'ווייזט זיך ארויס אז ער האט טיפע קענטעניסן אין אלע הינזיכטן.

ער איז פון פאך א דאקטער וואס ספּעציאַליזירט זיך אין „ערשטיקער מעדיצין“ (פּריימערי קער) - אַזאַ מין מעדיצין וואָס לייגט דעם טראָפּ אויף קליניק, אויף גרונטיקער מעדיצין.

ער וווינט מיט זיין ווייב - זיין שותף און לעבנסבאגלייטערין אין אסאך אידישע פראיעקטן - אין דער אידישער איסט סייד געגנט פון מאנהעטן.

ער מיט זיין ווייב האבן איבערגעזעצט אין אידיש באקאנטע קינדער-ביכער, ווי "דזשארדזש דער נייגעריקער" און נאך.

ער געהער זיך אָן צו דעם קאנסערוואטיוון אידן שטראם.

ער שרייבט ארטיקלען פון צייט צו צייט וועגן געזונטהייט, חסידים און יידיש, אין דער ניו יארקער און אידישער פרעסע, ווי דער פאָרווערטס, ניו יארק מאגאזין (וויליאמסבורג עירוב פרשה) און פארווארד און א.א.וו. אויך איז ער א שטיקל מיטגליד אין אונזער וויקיפעדיע ווי ער טיילט מיט זיין ערפארונג אינעם מעדיצינישע וועלט, זעה קענסער הארץ אטאקע. געשריבן אויפן יידישיסטישן סטיל.